גוגל פּלאַטפֿאָרמע איז די פּלאַטפֿאָרמע פֿון גוגלס סיסטעם.

גוגלס ערשטע סערװער שופֿלאָד

גוגל פֿאַרלאַנגט ריזיקע קאָמפּיוטערײַ־רעסורסן כּדי צו צושטעלן זײערע סערװיזן. הגם די נומערן זײַנען ניט פּובליצירט, אַ טײל שאַצן אָפּ אַז גוגל האַלט אױס איבער 450 טױזנט סערװערס (דינערס) װעלכע זײַנען אַראַנשירט אין אַ געשטעל: פּלאַצירט אין קאָמפּיוטער־גרופּקעס פֿאַרשפּרײט אין אַ סך מדינות ארום דער װעלט.

װען מען פֿאַרלאַנגט דעם נאָמען http://google אין דער אינטערנעץ, אַ DNS־סערװער פֿאַרטײַטשט דעם נאָמען צו פֿילטײליקע IP־אַדרעסן דורך אַ לאָד־באַלאַנס צו די פּאַסיקע גוגל גרופּקעס װעלכע אַנטהאַלטן טױזנטער סערװערס.

אַ קאָמפּיוטער־גרופּקע מיט אַ לאָד־באַלאַנס אילוסטראַציע