השתלשלות ההלכה



גאונים ווערן אנגערופן די רבנים נאך די סבוראים.

דעם טיטל גאון טרעפט מען צוערשט אין די תקופה פון נאך די רבנן סבוראי, ווען מען האט אזוי באטיטלט דעם ראש ישיבה פון די צוויי הויפט ישיבות אין בבל, סורא און פומבדיתא, וואו עס איז אין יענער תקופה געווען די הויפט תורה צענטערן אין דער אידישער וועלט, און וועמענ'ס ראש ישיבה איז דערפאר אנערקענט געווארן אלס דער הויפט תורה אויטאריטעט נישט בלויז אין לאנד נאר איבעראל וואו עס האט זיך געפינען א איד. דעריבער ווערט יענע תקופה אנגערופן תקופת הגאונים.

מיט דער צייט איז דער אפיציעלער טיטל פארשוואונדן געווארן רב האי גאון איז געווען דער לעצטער צו טראגן דעם טיטל - און ווען די צוויי ישיבות פון סורא און פומבדיתא האבן זיך פארשפארט האט זיך אויפגעהערט דאס קרוינען עמיצן אפיציעל מיט דעם טיטל, און עס האט זיך אנגעהויבן די תקופה פון די ראשונים, אנגעהויבן מיט די ארבעת השבויים, דאן רבינו גרשום מאור הגולה, דערנאך רש"י און זיינע תלמידים די בעלי התוספות, און די איבריגע ראשונים.

שפעטערדיגע תקופה רעדאַקטירן

אין די צייטן פון די ראשונים טרעפט מען נישט אז מען זאל בכלל נוצן דעם טיטל. שפעטער אין אנהייב פון די אחרונים קען מען טרעפן דא און דארט דעם טיטל, און צוביסלעך איז דער טיטל צוריק אריין אין באנוץ צו באצייכענען א גאר גרויסן תלמיד חכם.

אזוי צום ביישפיל איז בארימט רבי אליהו מווילנא אלס 'דער ווילנער גאון', צוליב זיין אויסטערלישער בקיאות און חריפות מיט וואס בלויז געציילטע האבן זיך געקענט פארמעסטן.

די יארן פון גאונים אויף דער צײַט ליניע
 תקופת הזוגותתנאיםאמוראיםסבוראיםגאוניםראשוניםאחרונים
ציר הזמן