א בריק איז א סטרוקטור וואס מ'בויט כדי מ'זאל קענען אריבערגיין א פיזישן אפהאלט ווי למשל א קערפער פון וואסער, טאל, אדער שאסיי. עס זענען פאראן פארשידענע מוסטערן פון בריקן לויט דער פונקציע פון דער בריק, דער באדן וואו מען בויט, די מאטריאלן מיט וואס מען מאכט די בריק און וויפיל געלט מ'האט פאר דעם צוועק.

די גאלדענער טויער בריק אין סאן פראנסיסקא
די סטרונעס בריק אין ירושלים אויף וואס דער טראמוויי פארט

א בריק קען זיין פאר מענטשן אדער בעלי חיים אריבערגיין צופיס, פאר אויטאמאבילן אדער באנען אריבערצופארן.

קאנסטרוקציע רעדאַקטירן

באלקנבריק רעדאַקטירן

בויגנבריק רעדאַקטירן

א בויגנבריק איז געבויט אין דער פארעם פון א בויגן.

 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בריק