בעלעד
שטאָט אין אונגארן
|
בעלעד (אונגאַריש: Beled) איז א שטעטל אין צפון־מערב אונגארן מיט א באפעלקערונג פון 2,686 מענטשן אין 2009. עס געפינט זיך 57 קילאמעטער פון שאפראן און 177 ק״מ פון בודאפעשט.
יידישע געמיינדע רעדאַקטירן
די ערשטע יידן האבן געוואוינט אין בעלעד פון יאר 1785. אין יאר 1790 האט מען געווידמעט די שול און דעם בית עולם.
אין 1944 האבן געוואוינט אין בעלעד 360 יידן.[1]