בן יהודה גאס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך בריטישן מאנדאט, אין ירושלים. אלס א גראנדיעזע פלאן, דאס ערשטע פון אזא סארט פלאן אין ירושלים, נאכדעם וואס די אטאמאנישע אימפעריע, האט קיינמאאל נישט פרובירט שטעלן ירושלים אויף די פיס. די פלאן האט געלויטעט, אויפצובויען א נייע האנדלס צענטער אין ירושלים. די בריטישע האבן עס געפלאנט, אלס א דרייעק, צווישן דריי הויפט גאסן.

בן יהודה גאס

אין 1922 האט די ארבעט זיך אנגעפאנגען, ווען די רעגירונג האט אויסגעפלאסערט א גאס פון יפו גאס, נאנט צו נחלת שבעה געגנט. און אין 1924 האבן די בריטישע, אויפגעשטעלט א שאסיי פון צפון דרום ריכטונג, און דערמיט פארענדיקט די דרייעק, די שאסיי הייסט נאך קעניג דזשארדזש דער פיפטער. די שאסיי צווישן יפו און קעניג דזשארדזש, האט לכתחילה געדארפט הייסן נאך א בריטישער, אבער צו יענער צייט איז אליעזר בן יהודה געשטארבן, האט די מאנדאט געגעבן די נאמען פון די גאס אין זיין עהרע.

די גאס היינט צווישן קעניג דזשארדזש גאס, ביז יפו גאס, איז פארמאכט פארן פארקער, און מאשינען זענען נישט ערלויבט צו פארן אויפן גאס זינט די 1980 יארן. עס איז איינע פון די וויכטיקע האנדלס צענטערן אין ירושלים, מיט פילע געשעפטן רעסטאראנטן, בענק אא"וו.

אין קעגנזאץ מיט אנדערע אלטע גאסן אין ישראל, ווי דיזנגאף אין תל אביב, אדער החלוץ אין חיפה, איז בן יהודה א לעבעדיק גאס וואס שפרודלט, און מערערע באזוכער קומען, ווי טוריסטן, אדער באזוכער פון אנדערע שטעט.