קאארדינאטן: 31°45′26.77″N 34°59′27.15″E / 31.7574361°N 34.9908750°E / 31.7574361; 34.9908750 בית שמש באַן סטאַנציע איז א ישראל באנען סטאנציע אויף דער ירושלים - תל אביב באן ליניע וואס דינט די שטאט בית שמש. די סטאנציע געפינט זיך אין דער צפון בית שמש אינדוסטריעלער זאנע. די סטאנציע האט מען געעפנט דעם 13טן סעפטעמבער 2003.

באן סטאנציע
בית שמש
באן אין בית שמש סטאנציע
לאקאציע בית שמש
פֿארוואלטער ישראל באנען
פעראנען 3

היסטאריע רעדאַקטירן

די ירושלים - תל אביב באן ליניע איז געעפנט געווארן אין די אטאמאנער צייטן, און זייט דעמאלסט געפינט זיך אויף דעם ארט א באן סטאנציע. אין יולי 19989 האט אויפגעהערט די פאסאזשירן דינסט אויף דער ליניע קיין ירושלים, ממילא איז די באן סטאנציע בטל געווארן.

נאך דעם האט מען באנייט די באן ליניע פון תל אביב קיין בית שמש, און אום 13טן סעפטעמבער 2003 האט מען ווידערגעעפנט די סטאנציע. דעם 9טן אפריל 2005 האט מען געעפנט דעם טייל פון דער ליניע קיין ירושלים. פון 2006 ביז 2008 איז די רוטע געווארן צעשפאלטן אויך צוויי, און מען האט געדארפט בייטן באנען אין בית שמש. זייטן 15טן מערץ 2008 פארט די באן גלייך פון ירושלים קיין תל אביב און שטעלט זיך אפ אין דער בית שמש באן סטאנציע.

באדינונג רעדאַקטירן

  • א באן גייט ארויס פון דער סטאנציע יעדע שעה אין דער ריכטונג קיין הרצליה און א באן יעדע שעה אדער יעדע צוויי שעה'ן קיין ירושלים זונטיק ביז דאנערשטיק.
  • א באן גייט ארויס פון דער סטאנציע יעדע שעה אין ביידע ריכטונגען ערב שבת און יו"ט.
  • איין באן גייט ארויס פון דער סטאנציע אין ביידע ריכטונגנען מוצאי שבת און יו"ט.

רוטעס רעדאַקטירן

  פֿריערדיגע סטאנציע    ישראל באנען     פֿאלגנדע סטאנציע  
סוף-סטאנציע   בית שמש-נתניה
צווישן שטעט
  רמלה
תנ"כישער זאא   ירושלים-בית שמש
פארשטאטיש
  סוף-סטאנציע

װעבלינקען רעדאַקטירן