דער באנק פון ענגלאנד איז דער צענטראלבאנק פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך.

דער בניין פונעם באנק פון ענגלאנד אין לאנדאן

צוועק רעדאַקטירן

אלס צענטראלער באנק טוט דער באנק אויפֿפאסן און קאנטראלירן די סטאבילקייט פון דעם געלט און פון די פרייזן, טוט באשטימען די קורס פון די צינזן און לאזט ארויס די באנקנאטן און מטבעות אין דער פאראייניגטער קעניגרייך.

היסטאריע רעדאַקטירן

דער באנק פון ענגלאנד איז געגרינדעט געווארן דעם 27סטן יולי 1694 דורך וויליאם פאטערסאן, אלס באנקיר צו דער רעגירונג.