באם איז א צונאמען פאר שוואכע מענטשן פון מאראלישן שטאנדפונקט, געווענליך אפגעפארענע אדער מאדערענע אידן

ביי חסידים ווערט מען אזוי גערופן אויב מען שניידט זיך די בארד אדער מען זיצט אפ אויפן אינטערנעט אגאנצן טאג, און ביי די ליטווישע אויב מען לערנט נישט פלייסיג

פארהאן פילע באמעס וואס טוען ווייטער שעצן און מכבד זיין זייערע עלטערן טראץ וואס זייערע עלטערן זענען געווענליך יא פרומע אידן, ווידעראום איז פארהאן אזעלכע וואס טוען ווידערשפעניגן אין זייערע ערציער און אין די פרומע אידן, און צומאל איז אפילו פארהאן אזאנע וואס וועלן פרובירן ענג מאכן די פרומע אידן מיט וואס אימער, ווי נפתלי מאסטער טוט מיט זיין יאפפעד ארגעניזאציע