אריסטובולוס איז געווען א פרינץ, פון די חשמונאים פאמיליע, און כהן גדול. ער איז געווען דער זון פון אלכסנדר דער צווייטער, און זיין מאמע איז געווען אלכסנדרה החשמונאית, געבוירן 53 איידער די ציווילע ציילונג, און געשטארבן אין יאר 36 איידער די ציווילע ציילונג.

אריסטובולוס דער דריטער
געבורט 53 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 36 לפנה״ס (אלט 17 בערך)
יריחו, פאלעסטינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט כּהן גדול רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אין די יאר 37-, האט הורדוס, באזיגט די לעצטע קעניג פון די חשמונאים, מתתיהו אנטיגונוס דער צווייטער, און האט אנגעפאנגען הערשן איבער ארץ יהודה, און הורדוס האט געהייראט מרים החשמונאית, די שוועסטער פון אריסטובולוס. הורדוס האט געשטעלט חננאל פון בבל אלס כהן גדול, אלכסנדרה האט געזען אין דעם א קלאפ אין די רעכט פון איר זון, און האט זיך געוואנדן צו קלעאפעטרא, קעניגן פון עגיפטן, אז זי זאל ערלעדיקן ביי מארקוס אנטיניוס דער רוימישער הערשער פון די מזרח, אז אריסטובולוס זאל ווערן כהן גדול.

אריסטובולוס איז געלאדענט געווארן צו אנטיניוס, הורדוס האט דעריבער אויפגעזאגט חננאל, און געשטעלט אריסטובולוס אלס כהן גדול, און די איינלאדונג איז צונישט געווארן.

אלס כהן גדול, איז ער זייער פאפולער געווארן ביים פאלק, אלס זיין יחוס, און זייענדיק פון איינציקסטע געבליבענע פון די חשמונאים, הורודס האט געפלאצט פון קנאה, ווען ביי די קורבן פסח, האבן אלע יידן אים געגעבן גרויס כבוד, און הורדוס האט מורא באקומען, אז איין טאג וועט אריסטובולוס אים פרובירן אראפ ווארפן פון די מאכט. דעריבער האט הורדוס באשלאסן, אים אומצוברענגען.

אין יאר 36-, האט הורדוס אים געלאדענט צו זיך אין פאלאץ, אין יריחו, ווי ער האט צוגעגרייט א באל פאר אריסטובולוס, און דערנאך אים פארגעשלאגן, צו גיין שווימען אין שווים באסיין פון פאלאץ, דארט האט הורדוס און זיינע קנעכט אים דערטראנקען, און עס געמאכט אויסזען ווי אן אומשולדיקע טראגעדיע.

דערמיט איז געקומען צו אן ענדע, די כהונה גדולה ביי די חשמונאים דינאסטיע.