דער ארטישאק (וויסנשאפטלעכער נאמען: Cynara cardunculus) איז א פיל-יעריגע (perennial) געוויקס מיט שטעכיגע בלומען פון די פאמיליע אַסטעראַַצעאיי (Asteraceae) אפקומסטיג פון דרום אייראפע ארום דעם מיטלענדישער ים. ער וואקסט ביז איינס און א האלב - צוויי מעטער הויך, מיט זילבערע-ליכט גרינע בלעטער פון פופציג - אכטציג צענטימעטער לאנג. די בלומען טוהען זיך אנטוויקלן אין א גרויסן קאָפ פון אן עסבארן קנאפֿף אומגעפער אכט ביז פופצען צענטימעטער אין דיאמעטער מיט צאלרייכע דריי-קאנטיגע שופן. דער עסבארער טייל פון דעם קנאפף ביישטייט הויפטזאכליך פון דעם פליישיגן נידעריגן טייל, עס ווערט געניצט צום עסן נאכן קאכן.

ארטישאק

וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
(unranked): Angiosperms
(unranked): Eudicots
(unranked): Asterids
סדר: Asterales
פֿאַמיליע: Asteraceae
אונטערפֿאַמיליע: Carduoideae
Tribe: Cynareae
מין: Cynara
זגאַל: C. cardunculus
בינאמינאלישער נאמען
Cynara cardunculus
L.
א קעסטעל פרישע ארטישאק'ס
א קעסטעל פרישע ארטישאק'ס

ברכה רעדאַקטירן

אויף דעם ארטישאק מאכט מען די ברכה בורא פרי האדמה, אזוי ווי אויף אנדערע גרינסן.

בדיקת תולעים רעדאַקטירן

אין דער ארטישאק געפינט זיך עפטערס קליינע שווארצע אינסעקטן (שרצים) צווישן די בלעטער, אדער רונדיכיקע גרינע אינסעקטן (שרצים) אויף די בלעטער, דערפאר אויב מען וויל ניצן די בלעטער דארף מען לױט דער הלכה זיי פריער אפשיילן און גיט אפשווענקן און נאכהער דארף מען קאנטראלירן.

מצוות התלויות בארץ רעדאַקטירן

די ארטישאק וואקסט אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל דארף מען מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות און שמיטה.

שמיטה רעדאַקטירן

דער דאטום וואס פאלט אויף דער ארטישאק די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש תשרי פון דעם זיבעטן יאר.

זעט אויך רעדאַקטירן

רעפערענצען רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון