רבי אליעזר ירוחם באראן זצ"ל (ה'תק"ץ - ג' ניסן ה'תרמ"ה)

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי אליעזר ירוחם איז געבוירן אין יאר ה'תק"ץ (אומגעפער) צו זיין פאטער הרב ישראל יצחק באראן, רב אין ראדאשיץ, א זון פון הרב ישכר בער באראן, דער סבא קדישא פון ראדאשיץ. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יהודה ליב הלוי הורוויץ, א זון פון הרב ראובן הלוי הורוויץ, רב אין זארנאווצע, דער פארפאסער פון ספר דודאים בשדה.

רבנות רעדאַקטירן

רבי אליעזר ירוחם האט געוואינט ביי זיין שווער אין צאנז, נאך דער פטירה פון צאנזער רב ה'תרל"ו האט ער געוואוינט אין קראקא, דארט האט ער אנגעפירט די צאנזער רביסטעווע.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי אליעזר ירוחם איז נפטר געווארן אין קראקא ג' ניסן ה'תרמ"ה, מען האט אים געלייגט אויף דעם אלטען בית עולם

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי אליעזר ירוחם האט געהייראט בזיווג ראשון מרת יוטא א טאכטער פון צאנזער רב, הרב חיים האלבערשטאם דער דברי חיים. בזיווג שני האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב ישכר שיף פון בריגל, אן אייניקל הרב נתן, א ברודער פון נועם אלימלך. בזיווג שלישי האט ער געהייראט א טאכטער פון הרב ניסן דיין אין שינאווא. זיינע קינדער:

  • מרת חיה, די ווייב פון הרב אלעזר מאיר קליינמאן, שו"ב אין טעשען.

זיינע ספרים רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרי"ט האט רבי אליעזר ירוחם געשריבן אן הקדמה אויף דעם ספר דודאים בשדה פון זיין זיידען, וואס ער האט דאן ארויסגעגעבען.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • דודאים בשדה
  • אונציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר