רבי אלעזר ברבי צדוק

(אַריבערגעפֿירט פון אליעזר בן צדוק)

רבי אלעזר בן רבי צדוק, אדער רבי אליעזר בן רבי צדוק איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט צוואנציג מאל אין משניות. ער איז געווען א זון פון דעם גרויסן תנא רבי צדוק.


זיין צייט רעדאַקטירן

רבי אלעזר בן רבי צדוק איז געווען פון צווייטן-דריטן דור תנאים, און פון אכטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה, דער דור וואס האט צוגעזען דעם חורבן פון צווייטן בית המקדש. [1]

ער איז געווען אין דער צייט פון רבן גמליאל פון יבנה. אין מסכת יבמות (טו:) זעט מען אז ער האט געלערנט תורה פון רבי יוחנן החורני.

איבער אים רעדאַקטירן

ס'איז פארהאן א שמועס אין די ראשונים צי רבי אלעזר בן רבי צדוק איז געווען א כהן, רש"י אין תוספות האלטן ער איז געווען א כהן, און אזוי האלט דער ספר היוחסין. דער רמב"ן אבער שלאגט אפ די ראיות,[2] און אזוי האלט דער סדר הדורות.

אין משניות רעדאַקטירן

  • מסכת פיאה פרק ב' משנה ד', ”אמר רבן גמליאל נוהגין וכו', רבי אליעזר ברבי צדוק אומר בשמו, אף לחרובין שהיו להם בכל העיר”
  • מסכת כלאים פרק ז' משנה ב', רבי אלעזר בר צדוק אומר, אם יש ביניהם, מארבע אמות ועד שמונה, הרי אלו מצטרפות, וכו', רבי מאיר אומר, וכו', רבי אלעזר בר צדוק אומר בשמו, אף על גבי הגפן אסור, ואינו מקדש”
  • מסכת שביעית פרק ב' משנה ד', רבי אלעזר בר צדוק אומר, אף משקה הוא את הנוף בשביעית, אבל לא את העיקר”
  • מסכת מעשרות פרק ד' משנה ד', רבי אלעזר ברבי צדוק מחייב, וחכמים אומרים, על החמין חייב, ועל הצונן פטור”
  • מסכת פסחים פרק ג' משנה ו', רבי אלעזר בר צדוק אומר, תרומה מלפני השבת וחמץ בזמנן”
  • מסכת פסחים פרק י' משנה ג', ”הביאו לפניו מצה וחזרת וחרוסת ושני תבשילין, אף על פי שאין חרוסת מצוה רבי אליעזר ברבי צדוק אומר, מצוה וכו'”
  • מסכת ראש השנה פרק ב' משנה ז', רבי אלעזר בר צדוק אומר, אם לא נראה בזמנו אין מקדשין אותו, שכבר קדשוהו שמים”
  • מסכת סנהדרין פרק ז' משנה ב', ”אמר רבי אלעזר בן צדוק, מעשה בבת כהן אחת שזנתה, והקיפוה חבילי זמורות ושרפוה, וכו'”
  • מסכת עדיות פרק ב' משנה ה', רבי אלעזר בן צדוק אומר, אף במשא הזב טהורות, מפני שלא נגמרה מלאכתן”
  • מסכת מנחות פרק ט' משנה ב', רבי אליעזר בן צדוק אומר, שנתות היו בהין, עד כאן לפר, עד כאן לאיל, עד כאן לכבש, וכו'”
  • מסכת חולין פרק ג' משנה ו', רבי אליעזר בן צדוק אומר, כל עוף החולק את רגליו טמא”
  • מסכת מעילה פרק ג' משנה ז', רבי אלעזר ברבי צדוק אומר, נותנין היו ממנה זקנים בלולביהן”
  • מסכת מדות פרק ג' משנה ח', ”אמר רבי אלעזר ברבי צדוק, מעשה ונמנו עליה שלש מאות כהנים” ((דער גאלדענער וויינשטאק העכערן בית המקדש האט געוואויגן אסאך אז דריי הונדערט כהנים האבן אים געדארפט שלעפן.))
  • מסכת כלים פרק ב' משנה ה', רבי אלעזר בר צדוק אומר, מפני שהיא הופכת עליו את הרונקי”
  • מסכת כלים פרק ב' משנה ו', ”טטרוס רבי אלעזר בן צדוק מטהר, ורבי יוסי מטמא, וכו'”
  • מסכת מקואות פרק ב' משנה י', רבי אלעזר בן צדוק אומר, הנמדד בלוג”
  • מסכת מקואות פרק ו' משנה י', רבי אלעזר ברבי צדוק אומר, אם מקבל האביק כל שהוא, פסול”
  • מסכת עוקצין פרק א' משנה ', רבי אלעזר ברבי צדוק אומר, טפחים, הרי אלו מטמאין, ומטמאין, ומצטרפת, וכו'”
  • מסכת עוקצין פרק ב' משנה ז, רבי אלעזר ברבי צדוק אומר, הלבנים מצטרפין בכרוב, מפני שהן אוכל, וכו'”


אין גמרא רעדאַקטירן

  • ער האט געזאגט: ”מדלגין היינו על ארונות של מתים” (ברכות יט: מיר זענען איבערגעשפרינגען אויף די ארונות פון טויטע כדי צו זען די קעניגן פון מלכי ישראל וכו'.)
  • ער איז געווען דער תלמיד פון רבן גמליאל וואס האט געזען די טאכטער פון נקדימון בן גוריון קלויבן גערשטן פון די מיסט פון די פערד אין דער צייט פון חורבן בית המקדש (כתובות סז.).


רעפערענצן רעדאַקטירן

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. ברכות י"ט ע"ב