אחיתופל הגילוני (פון דער שטאט גילה) ער ווערט דערמאנט און נ"ך אלס דוד המלך'ס עצות געבער, און שפעטער פון זיין זון אבשלום. אז ער איז געווען גאר קלוגע מענטש, און ווען ער האט מייעץ געווען האט עס אויס געזען כמעט ווי א נבואה. און אזוי שטייט טאקע אין פסוק:


"וַעֲצַת אֲחִיתֹפֶל, אֲשֶׁר יָעַץ בַּיָּמִים הָהֵם, כַּאֲשֶׁר יִשְׁאַל-(אִישׁ), בִּדְבַר הָאֱלֹהִים; כֵּן כָּל-עֲצַת אֲחִיתֹפֶל, גַּם-לְדָוִד גַּם לְאַבְשָׁלֹם:" (שמואל ב' ט"ז, כג).


ווען אבשלום איז ארויס אויף א מלחמה, קעגן דוד. האט אחיתופל מייעץ געווען אבשלום'ן, צו באפאלן דוד'ן ווען דוד'ס מענטשן זענען געווען מיד און שואך. נאר וייל דער באשעפער האט געוואלט דוד זאל געווינען די מלחמה. האט ער אריין געגעבן אין אבשלום'ס הארץ, נישט צו פאלגן אחיתופל'ן. נאר ער האט גפאלגט חושי הארכי וואס האט עם געזאגט צו וארטן מיטן מלחמה, און דערווייל שטארקער ווערן. דערווייל , האט דוד גהאט צייט צו זיך אויסרוען איז אויכט שטארקער געווארן און ער האט געווינען די מלחמה. אחיתופל וואס האט געזען אז אבשלום האט נישט אנגענומען זיין עצה (וואס האט זיך שפעטער אויפגעוויזן פאר א גוטע עצה) איז אהיים געגאנגען, און זיך גענומען דאס לעבן.


היינטיגע צייטן, ווען מ'וויל זאגן א "שלעכטע עצה", זאגט מען "עצת אחיתופל".

אבער אין אמת'ן אריין, אחיתופל'ס עצה איז געווען א גוטע עצה. אזוי ווי אין פסוק שטייט: "וַיהוָה צִוָּה, לְהָפֵר אֶת-עֲצַת אֲחִיתֹפֶל הַטּוֹבָה, לְבַעֲבוּר הָבִיא יְהוָה אֶל-אַבְשָׁלוֹם, אֶת-הָרָעָה:" (שמואל ב' י"ז, יד). און פאר דעם , דוד וואס האט געוווסט ווי שטארק זיינע עצות זענען, האט עקסטער געדאוונט: "וַיֹּאמֶר דָּוִד סַכֶּל נָא אֶת עֲצַת אֲחִיתֹפֶל יְהֹוָה:" (שמואל ב' ט"ו, לא).