דער אגאישער ים איז דער טייל פון דעם מיטלענדישן ים וואס איז צווישן גריכנלאנד און טערקיי. אין דער צפון זייט איז ער באהאפטן צום ים פון מארמארא דורך די דארדאנעלן. דער ים האט אסאך אינזלען וואס מען רופט די אגאישע אינזלען.