רבי אביגדור צבי האלבערשטאם הי"ד (ה'תרמ"ד - ה'תש"ב), רב אין אלט-צאנז און בארדיאוו

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי אביגדור צבי איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ד, צו זיין פאטער הרב יחיאל נתן האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב משה האלבערשטאם, רב אין בארדיאוו, א זון פון הרב ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת ברכה רעכל בריינדל א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין דוקלא, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

רבנות רעדאַקטירן

אין יאר ה'תרס"ד ווען זיין פאטער איז אריבער קיין בארדיאוו, איז רבי אביגדור צבי געווארן רב אין אלט-צאנז אויף זיין פאטער'ס ארט. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרצ"ג האט מען אופגענימן רבי אביגדור צבי רב אין בארדיאוו.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי אביגדור צבי איז אומגעקומען אויף קידוש השם, הי"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי אביגדור צבי האט געהייראט א טאכטער פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין גריבאוו, א זון פון זיין עלטער-פעטער הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב. זייערע קינדער:

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר